אנדערשט ווי אלע בעלי חיים איז דער מוטער קענגערו אנגעוואקסן מיט ספעציעלע מוסקלען אז דאס זאל פון זיך אליינס ארויספאמפעןמילך פאר די פיצקעלע וואס האט נישט די כוח צו זייגן.
טיפן קענגערוען
ס'איז פאראן פיר זגאלן קענגורוען:
דער רויטער קענגורו (מאַקראפוס רופֿוס) איז די גרעסטע בייטל־חיה אין דער גארער וועלט. דער רויטער קענגורו וואוינט אין דעם פארטריקנטן און האלב־פארטריקנטן צענטער פון אויסטראליע. א גרויסער זכר קען זיין הויך צוויי מעטער מיט א געוויכט פון 90 ק"ג.
דער מזרח גראער קענגורו (Macropus giganteus) איז נישט אזוי באקאנט ווי דער רויטער, אבער מ'זעט אים מער, וויילע ער וואוינט אין דעם באפעלקערטן מזרח טייל פונעם קאנטינענט.
דער מערב גראער קענגורו (Macropus fuliginosus) איז קלענער, מיט א געוויכט פון 54 ק"ג פאר א גרויסן זכר. מען געפינט אים אין דרום טייל פון מערב אויסטראליע, דרום אויסטראליע לעבן דעם בארטן, און אינעם דארלינג טייך בעקן.
דער אנטילאפינער קענגורו (Macropus antilopinus) איז ענדלעך צו די מזרח און מערב גראע. ער וואוינט אין גראזיקע פלוינען און וועלדער. זיי וואוינען און גרויסע גרופעס.