שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.
פיר עיקרדיקע עלעמענטן
עס זענען פאראן פיר עיקרדיקע עלעמענט וואס דעפינירן אן ענציקלעפעדיע: די טעמע פונעם אינהאלט, ברייטקייט, ארגאניזירן מעטאד און פראדוקציע מעטאד:
אן ענציקלאפעדיע קען זיין אויף אן אלגעמיינעם אופן, מיט ארטיקלען אויף טעמעס אין אלע פעלדער (למשל, די ענגליש־שפראכיקע Encyclopædia Britannica און די דייטש־שפראכיקע Brockhaus זענען ברייט באקאנט). אן אלגעמיינע ענציקלאפעדיע אנטהאלט אפט א ווערטערבוך אדער וועגווייזן אינפארמאציע. עס זענען אויך פאראן ענציקלאפעדיעס וואס דעקן א ברייטע רייע פון טעמעס פון א געוויסן קולטורעלן, עטנישטן אדער נאציאנאלן פערספעקטיוו, ווי למשל, Encyclopaedia Judaica (די יידישע ענציקלאפעדיע), אנציקלופדיה תלמודית, און די Great Soviet Encyclopedia.
אן ענציקלאפעדיע קען איבערגעבן די געזאמעלטע וויסן אין א ספעציפישן פעלד, ווי אן ענציקלאפעדיע פון מעדיצין, פילאסאפיע אדער געזעצן. ווי ברייט איז דער מאטריאל און ווי טיף די דיסקוסיע איז אפהענגיק אין דעם ציל ציבור.
כדי אן ענציקלאפעדיע זאל זיין גוט ניצבאר דארף זיין א כסדרדיקער מעטאד פון ארגאניזאציע פונעם מאטריאל. היסטאריש זענען פאראן צוויי הויפט מעטאדן פון ארגאניזאציע פאר געדריקטע ענציקלאפעדיעס:אדער אלפאבעטיש, וואו מען אראנזשירט די אלע באזונדערע ארטיקלען אין אן אלפאבעטישן סדר, אדער היערארכיש. אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס זענען געוויינלעך אויסגעלייגט אויף אן אלפאבעטישען שטייגער. היינט אבער, מיט עלעקטראנישע מעדיע, איז מעגלעך צו האבן עטלעכע ארגאניזאציע פאר דעם זעלבן אינהאטל. ווי אויך מיט עלעקטראנישע מעדיע איז מעגלעך צוצולייגן א זוך מעגלעכקייט.
אין יאר 1750 איז ארויסגעקומען אין ווענעציע, איטאליע, דער ערשטער באנד פון 14 בענדער פון דער הלכה־ענציקלאפעדיע "פחד יצחק", פון רבי יצחק לאמפראנטי. די ענציקלאפעדיע האט אנטהאלטן הלכה־ ארטיקלען לויטן סדר פונעם אלף־בית. דער לעצטער באנד איז דערשינען אין בערלין דורך דעם מקיצי נרדמים פארלאג אין יאר 1888.
אין די יארן 1768-1771 האט דערשיינט אין סקאטלאנד די ערשטע אויסגאבע פון "ענציקלאפעדיע בריטאַניקאַ".
אין יאר 1772 איז געקאנטשעט געווארן דער גאנג פון פארעפנטלעכן די 28 בענדער (17 בענדער פון טעקסט און 11 בענדער פון אילטסטראציעס) פון דער פֿראנצויזישער גרויסער ענציקלאפעדיע (Encyclopédie ou dictionnaire raisonné des sciences, des arts et des métiers) - "ענציקלאפדיע, אדער אויפקלערונג־ווערטערבוך פון די וויסנשאפטן, קונסטן און ווערק". די דאזיקע ענציקלאפעדיע איז געווען א סארט ענציקלאפעדישע ווערטערבוך רב היקף וואס האט איינגעשלאסן דעפיניצעס פון ווערטער און פיל ענציקלאפעדישע ארטיקלען. די ענציקלאפעדיע איז רעדאגירט געווארן דורך זשאן לע ראן דשאלעמבער און דאני דידערא. מען האט אנגעהויבן שרייבן די ענציקלאפעדיע אין יאר 1751, מיט 140 שרייבער, און זי האט אנטהאלט 72 טויזנט ארטיקלען. וואלטער און זשאן-זשאק רוסא האבן זיך אויך באטייליגט אין איר.
אן עקסטרעמער ביישפיל פון אן ענציקלאפעדיע מיט א ברייטן פארנעם איזי די מאנומענטאלישע ענציקלאפעדיע וואס מען האט ארויסגעגעבן אין דייטשלאנד Allgemeine Encyclopädie der Wissenschaften und Künste, in alphabetischer Folge (אלגעמיינע ענציקלאפעדיע פון וויסנשאפטן און קונסטן, לויטן סדר פונעם אלפאבעט) וואס האט אנטהאלט ארטיקלען מיט ביז 1,000 בלעטער. די ענציקלאפעדיע האט אנגעהויבן ווערן פארעפנטלעכט אין 1818 אין דער 168סטער און לעצטער באנד איז ארויסגעגאנגען אין יאר 1914.
די עלפטע אויסגאבע פון דער ענציקלאפעדיע בריטאניקא וואס האט זיך דערשינען אין 1911 ווייזט דאס גאנצע וויסן אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. זי ווערט פאררעכענט די בעסטע אויסגאבע פון דער בריטאניקע, און טייל האלטן אפילו די בעסטע ענציקלאפעדיע וואס האט זיך נארווען דערשינען. פיל ארטיקלען אין איר זענען צעל מאל לענגער ווי די פאראלעלע ארטיקלען אין אנדערע ענציקלאפעדיעס. דאס איז געווען די ערשטע אויסגאבע מיט ארטיקלען געשריבן אויך דורך פרויען. די דאזיגע אויסגאבע איז מער נישט געשיצט דורך קאפירעכט, און עקזיסטירט אין אן עלעקטראנישן פֿארמאט.