קאארדינאטן: 51°32′39″N 0°16′31″W / 51.5441°N 0.2754°W / 51.5441; -0.2754
סטאנברידזש פארק (ענגליש: Stonebridge Park) איז א נעצווערק באן סטאנציע צווישן טאקינגטאן און סטאנברידזש אין צפון־מערב לאנדאן באדינט דורך דער בעקערלו ליניע פון לאנדאנער אונטערגרונט און דורך דער וואטפארד ליניע פון לאנדאנער איבערגרונט. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 3.
היסטאריע
די סטאנציע האט געעפנט אום 15טן יוני 1912 אויף דער נייער וואטפארד ליניע. בעקערלו ליניע באדינונגן האבן אנגעהויבן דעם 16טן אפריל 1917 אויף די זעלבע באנוועגן.
פון 24סטן סעפטעמבער 1982 ביזן 4טן יוני 1984 איז די סטאנציע געווען די צפון סוף־סטאנציע פון דער בעקערלו ליניע.
גאלעריע
-
קוקנדיק צו צפון
-
קוקנדיק צו דרום
-
פעראן רונדל
רעפערענצן
וועבלינקען