לויטן אידיאלאגיע איז די אריער ראסע דערהויבענער פון אלע אנדערע ראסן און האבן די פעאיגקייט צו איבערקומען. לויט זייער ראסישע אידיאלאגיע, זיינען די סלאַוון, ציגאנער און איבערהויפט די יידן מינערווערטיקע מענטשן. די נאציס האבן געשיקט מיליאנען יידן און ציגיינער צו קאנצענטראציע לאגערן ווו זיי האבן צום סוף דערמארדעט געוואָרן. דעם מארד רופט מען אין העברעאיש "די שואה".
ג' שבטה'תרצ"ג האט דער דייטשער-פרעזידענטפאל פאן הינדנבורג באשטימט אז אדאלף היטלער, דער פירער פון די נאציזם פארטיי (דאן איז זי געווען די גרעסטע פארטיי), זאל ווערן קאנצלער אויף דייטשלאנד. באלד נאך זיין ארויפגאנג, האט היטלער אנגעהויבן צו אויספירן זיין אידיאלאגיע, און דורך דעם האט אויסגעפלאצט דער צווייטער וועלט קריג.
די נאציס אונטער זייער פירער אדאלף היטלער האבן געוואלט פארלענדן דעם יידישןפאלק ביי דער צווייטער וועלט מלחמה. זיי האבן באשטימט צו הרגענען דער וואס ס'איז א 3טער דור צו א יידישן אפשטאם פון דער מאמע אדער טאטע זייט צוגעבונדן צו די נירנבערג געזעצן.