א נאַטירלעכער סאַטעליט אדער לבָנה איז א הימלישער קערפער וואס ארביטירט ארום אן אנדער קערפער ( א פלאנעט, קארליק פלאנעט אדער קליין זונסיסטעם קערפער) וואס איז נישט געקינצלט. אין דעם זונסיסטעם ווייסט מען פון 173 נאטירלעכע סאטעליטן.
פון די אינעווייניגע פלאנעטן האבן מערקור און ווענוס נישט קיין לבנות; ערד האט איין גרויסן סאטעליט, די לבנה; און מארס האט צוויי קליינטשיקע לבנות, פאבאס און דעמאס. די ריז פלאנעטן האבן פארשפרייטע סאטעליט סיסטעמען, איינשליסנדיק עטלעכע זעקס וואס זענען גרויס ווי די לבנה—די פיר גאלילעא לבנות, סאטורנס טיטאן, און נעפטונס טריטאן.
אויך דער קארליק פלאנעט פלוטאן האט דעם סאטעליט טשאראן מיט נאך פיר קלענערע סאטעליטן.