הרב מנשה קליין (א' ניסןה'תרפ"ג - כ"ט אלולה'תשע"א) איז געווען דער אונגווארער רב, און מחבר פון שו"ת "משנה הלכות". ער איז גערעכנט לויט טייל מענטשן פון די גרעסטע גדולים און אדמורי"ם היינט.
מען זאגט אז דער בריסקער רב האט אויף אים געזאגט אז אין זיינע 40 ספרים איז ער מכוון צו שיטת הראשונים,
און וועגן דעם איז רבי משה שמואל שפירא געפארן אין יענער צייט וואס דער "משנה הלכות" איז ארויס געקומען (בערך אין יאר ה'תשכ"ח) ביז נתניה פון ירושלים דריי שעה נסיעה.
רבי מנשה קליין האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון רבי יחיאל גערטנער פון לענטשנע. זיי האבן געהאט איין זון. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שלמה פרענקל, מחבר פון "באר דוד".
זייערע קינדער זענען:
רבי דוד שלמה קליין ראש ישיבת אונגוואר אין רמות. אן איידעם ביי רבי יצחק מאיר האגער פון סאווראן.
רבי משה קליין, אן איידעם ביי רבי יעקב סופר (רב פון די ערלויער חסידים אין ביתר עילית).
א טאכטער וואס האט געהייראט בזיווג ראשון הרב יהודה אריה לייב אלטער (ט' שבטה'תש"ך - ט"ו תשריה'תשמ"ח), א זון פונעם פני מנחם. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב יהושע וויינבערג (א זון פון הרב נח ב"ר מרדכי), משגיח אין דער סלאנימער ישיבה.
א טאכטער וואס האט געהייראט רבי יעקב יצחק בידערמאן, לעלאווער רבי אין בארא פארק.