צו מיינט איר װיקיפּעדיע:מידות?
מידות אדער עטיק איז א צווייג פון פילאסאפיע וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף מיט אנדערע מענטשן צום גוטן אדער שלעכטן. די טעלאגיע וואס געבט זיך אפ דערמיט איז מוסר.
אין פילאסאפיע ווערט עטיק צעטיילט אין דריי צווייגן:
- מעטא-עטיק, וואס טוט דעפינירן דעם געביט פון עטיק;
- נארמאטיווער עטיק, וואס האנדלט פארשטיין וואס ווערט גערופן גוטע מידות;
- געווענדעטער עטיק, וואס פארבינדט דעם געביט מיט פראקטישע אויפפירונג.
טייל האלטן אז עטיק לערנט זיך פון רעליגיע, ווי למשל די עשרת הדיברות.