מזרח אַזיע איז דער מזרח ראיאן פון דעם אזיע קאנטינענט, וואס מען קען דעפינירן אדער לויט געאגראפיע אדער לויט קולטור. מזרח אזיע באדעקט א שטח פון אומגפער 12,000,000 ק"מ2, בערך 28% פון אזיע.
מער ווי 1.5 ביליאן מענטשן, 22% פון דער גארער באפעלקערונג פון דער וועלט, וואוינען אין מזרח אזיע.
היסטאריש זענען פיל פון די געזעלשאפטן אין מזרח אזיע באאיינפלוסט פון כינעזישער קולטור.