מוסד איז די מדינת ישראל אויסערן שפיאנאזשאגענטור אדער די אגענטור פאר שפיאנאזש, און ספעציעלע מיסיעס (העברעיש: המוסד למודיעין ולתפקידים מיוחדים), געגרינדעט אין יאר 1949.
דער מוסד איז געווארן באוואוסט איבער דער וועלט, פאר ספעציעלע געלונגענע אקציעס, וואס דער מוסד האט דורכגעפירט, דער מוסד האט נישט קיין פארבינדונג מיט ישראל פאליטיק, נאר דירעקט אונטערן ווארט פונעם פרעמיער מיניסטער.
דער פארכאפונג פון אדאלף אייכמאן, איז א באוויסטע אקציע איבער די וועלט.
יאסעלע שוכמאכער דער יינגל וואס זיין זיידע איז געווען פרום, און זיינע עלטערן נישט, און עס האט אויפגערודערט א וועלט, און האט דערווייטערט די סעקולערע יידן פון די רעליגיעזע.
די נקמה אין די פאראנטווארטלעכע פון דעם ישראלדיקע ספארטלער אומקום ביי די מינכן אלימפיאדע וואו עלף זענען אומגעקומען, און די מוסד האט דערפאלגרייך אומגעברענגט, כמעט אלע מענטשן וואס האבן געהאט א האנט אין דעם, אין די נאכפאלגענדע יארן, אין אייראפע, ביירוט, לבנון. און אין טוניסיע, ביז 1979 זענען רוב שוין געווען טויט.
דאס אומדערפאלגרייכע אטענטאט פרווו, אויף כאלאד מאשאל, אין אמאן (יארדן) אין יאר 1997, וואס האט כמעט געברענגט די שלום אפמאך צווישן ישראל, און יארדאניע, צו א סוף.
די וועלט שפעקולירט, אז דער מוסד האט אומגעברענגט, עימאד מארניע דער שעף פון גענעראל שטאב פונעם כעזבאלא, אין דמשק, נאוועמבער 2007.