די שטאט ליגט אין דעם טאל פונעם מעז טייך, נאנט צום האלענדישן און דייטשן גרענעצן, וואו דער מעז טרעפט די אורטע.
היסטאריע
די שטאט ווערט דערמאנט שוין אין יאר 558. כאטש ער איז געווען א טייל פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע, פראקטיש איז ליעזש געווען גאנץ אומאפהענגיק.
אין 1789 האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין ליעזש און די שטאט איז געווארן א רעפובליק ביז 1791, ווען די האפסבורג מאנארכיע האט אינוואדירט. פון 1794 ביז 1815 איז ליעזש געווען א טייל פון פראנקרייך. אין 1815 האט דער קאנגרעס פון ווין געגעבן די שטאט צום פאראייניגטן קעניגרייך פון די נידערלאנדן, אבער נאך דער בעלגישער רעוואלוציע אין 1830 איז ליעזש געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד בעלגיע. נאך דעם איז ליעזש גיך געווארן א הויפט אינדוסטריעלע שטאט און איז געווען איינער פון די ערשטע שטאל־פראדוקציע צענטערן פון אייראפע.
אין 1940 האבן די דייטשן איינגענומען ליעזש. מיט דער הילף פון דער באפעלקערונג האט מען געראטעוועט א סך יידן און מ'האט באהאלטן די קינדער און די פליטים אין די פילצאליק מאנאסטירן.
טראנספארט
לופט
ליעזש פליפארט געפינט זיך א פאר קילאמעטער מערב פון דער שטאט.