לייפציג (דײַטש: Leipzig) איז די גרעסטע שטאט אין זאקסן, דייטשלאנד, און די צענט־גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 560,472 (2015). די שטאט געפינט זיך ביים צוזאמענפלוס פון די ווייסע עלסטער, פלייסע און פארטע טייכן.
לייפציג איז א האנדל שטאט נאך פון די צייטן פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע, און איז אמאל געווען א הויפט אייראפעאישער צענטער פון מוזיק.
די שטאט האט אנגעהויבן ווי א סלאווישע זידלונג אינעם 12טן יארהונדערט.
עקאנאמיע
צוויי גרויסע פירמעס פאבריצירן אויטאס אין לייפציג, BMW און פארשע.
יידן אין פראנקפורט
די יידן־גאס ווערט שוין דערמאנט אין 1359.
לייפציג פלעג זיין א קוואל פון פרנסה פאר יידישע סוחרים וואס פלעגן קומען אין דער שטאט צום יריד.
דער היינטיקער רב פון לייפציג איז הרב זשאלט באלא, זייט סעפטעמבער 2010.
צווילינג שטעט
- אדיס אבאבא, עטיאפיע, זייט 2004
- באלאניע, איטאַליע, זייט 1962, באנייט אין 1997
- בירמינגהאם, פאראייניגטע קעניגרייך, זייט 1992[1]
- ברין, טשעכיי, זייט 1973, באנייט אין 1999[2]
- האנאווער, דייטשלאנד, זייט 1987[3]
- היוסטן, פאַראייניקטע שטאַטן, זייט 1993
- הרצליה, ישראל, זייט 2010
- טראווניק, באסניע און הערצעגאווינע, זייט 2003
- ליאן, פראַנקרײך, זייט 1981[4]
- נאנדזשינג, כינע, זייט 1988
- סאלאניקא, גריכנלאנד, זייט 1984[5]
- פראנקפורט אם מיין, דייטשלאנד, זייט 1990[6]
- קיעוו, אוקראינע, זייט 1961, באנייט אין 1992
- קראקע, פּוילן, זייט 1973, באנייט אין 1995[7][8]
וועבלינקען
רעפערענצן