די גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג (לוקסעמבורגיש: Groussherzogtum Lëtzebuerg, פראַנצויזיש: Grand-Duché de Luxembourg, דײַטש: Großherzogtum Luxemburg) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע, וואס גרענעצט זיך מיט בעלגיע, פראנקרייך, און דייטשלאנד. די באפעלקערונג פון לוקסעמבורג איז ווינציקער ווי א האלבער מיליאן אין א שטח פון 2,586 קוואדראט ק"מ.[1]
לוקסעמבורג איז דעמאקראטיע מיט א פארלאמענט און א קאנצטיטוצענעלע מאנארכיע, באהערשט פון א גרויסהערצאג. ער איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע סואוורענע גרויסהערצאגשאפט. דאס לאנד האט א שטראק-אנטוויקלטע עקאנאמיע, מיט דער העכסטער פראדוקט ווערדע א קאפ אויף דער וועלט. זיין היסטארישע און סטראטעגישע חשיבות קערן צוריק ביז זיין גרינדונג אלס א רוימישע פעסטונג און אלס פראנקישע שלאס אין די פריערדיקע מיטל עלטער.
לוקסעמבורג איז אן עטאבלירונג מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניקטע פעלקער, בענעלוקס און דער מערב אייראפעישער פארבאנד; דאס ווייזט אויף דער שטארקער קאנצענזוס פאר עקאנאמישער, פאליטישער און מיליטערישער אינטעגראציע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט לוקסעמבורג איז די היים פון עטלעכע אינצטיטוציעס און אגענטורן פון דעם אייראפעישן פארבאנד.
לוקסעמבורג איז א דריישפראכיש לאנד—פראנצויזיש, דייטשיש און לוקסעמבורגיש זענען אלע אפיציעלע שפראכן. כאטש דער שטאַט איז סעקולער, די באפעלקערונג איז הערשנדיק קאטויליש.
מען ציילט אין דער אידישער קהילה מער 1500 מיטגלידער, צוויי שולן עקזיסטירן אין דער מדינה, די ערשטע אין דער הויפטשטאט לוקסעמבורג און די צווייטע אין עש-סור-אלזעט. חב"ד ליובאוויטש אין לוקסעמבורג וואס זיינען פון די איינציקע אידן וואס רעדן אידיש דארט.
רעפערענצן
וועבלינקען