די גרויסע געבן סערוויסעס צו מערערע און ווייטערע דעסטינאציעס און די קלענערע געבן נאר לימיטירטע סערוויס. לאמיר זיי באטראכטן נענטער:
הויפט לופטליניעס – די זענען די גאר גרויסע לופטליניעס פון וועלכע מען הערט כסדר אין די נייעס. אלע לופטליניעס אין די קאטעגאריע ברענגן אריין מער ווי א ביליאן דאלאר אין פראפיטן. עס זענען היינט פאראן 12 הויפט לופטליניעס: אלאסקע, אמעריקע וועסט, אמעריקן, אמעריקן איגל, אמעריקן טרענס עיר, קאנטינענטל, דעלטא, נארטוועסט, סאוטוועסט, טרענסוואורלד, יונייטעד און יו-עס עירוועיס. די גרעסטע לופטליניעס פארמאגן געווענליך אויך די מערסטע ארבייטער. יונייטעד לופטליניעס פארמאגט נאנט צו 100,000 ארבייטער, אמעריקן האט עטוואס איבער 90,000, און דעלטא פארמאגט ארום 77,000 ארבייטער. אן אויסנאם איז אלאסקע לופטליניעס וועלכע איז פאררעכנט פון די גרעסטע אבער פארמאגט נאר בערך 10,000 ארבייטער.
נאציאנאלע לופטליניעס – איין שטאפל ווייניגער ווי די הויפט לופטליניעס זענען די נאציאנאלע לופטליניעס וועלכע פארדינען צווישן 100 מיליאן און 1 ביליאן דאלאר יערליך. די נאציאנאלע לופטליניעס קענען זיין גרויסע לופטליניעס וועלכע טראגן פאסאזשירן נאר דאמעסטיק און טייל פון זיי האבן פלייטס צו געוויסע אינטערנאציאנאלע דעסטינאציעס. א ביישפיל פון נאציאנאלע לופטליניעס זענען: אלאוהא, אטלעס עיר, ערטרען, עמערי וואורלדווייד, עווערגרין, האוואיען און מידוועסט עקספרעס, די לופטליניעס פארמאגן צווישן 2,000 און 4,000 ארבייטער.
ראיאנישע לופטליניעס – די סארט לופטליניעס אפערירן אין געוויסע ראיאנען און פילן אָן די לעכער וועלכע די גרויסע לופטליניעס לאזן איבער. לויט די עיר טראנספארט אסאסאציע אוו אמעריקע זענען די ראיאנישע לופטליניעס די שנעלסטע וואקסנדיגע לופטליניעס אין די אינדוסטרי. די אסאסיאציע צעטיילט זיי אין דריי סוב-גרופעס: גרויסע, מיטלגאטיגע, און קליינע. די גרויסע פארדינען צווישן 20 און 100 מיליאן דאלאר פער יאר און טראגן פאסאזשירן מיט פליגער וועלכע קען אויפנעמען העכער 60 פאסאזשירן. די מיטלגאטיגע זענען קליינע לופטליניעס וועלכע פארדינען ווייניגער ווי 20 מיליאן דאלאר פער יאר (אויך נישט שלעכט!) און נוצן נאר קליינע פליגער. די גאר קליינע זענען זייערע פארדינסטן אפילו נישט באקאנט און זיי דינען ווי קאמיוטער ערליינס אין פארשידענע צייטן אויף פארשידענע ראיאנען.
די לופטליניע אינדוסטריע ארבעט נישט אנדערש ווי אנדערע סערוויס ביזנעסער און פארמאגט פארשידענע סארט קליענטן וועלכע דארפן פארשידענע באדינסט. רוב פאסאזשירן וועלן נוצן די גרעסטע לופטליניעס צו פארן אויף ווייטע פלעצער ווייל זיי האבן די מערסטע פלייטס און די בעסטע סקעדזשועלס. ביזנעס לייט וועלכע פארן צווישן איין שטאט און די אנדערע וועלן געווענליך נוצן ראיאנישע לופטליניעס וועלכע זענען ספעציאליזירט צווישן די צוויי שטעט ווייל אזוי זענען זיי פֿאַרזיכערט אז אלע פֿלייטס וועלן זיין נאן-סטאפ. נאכדעם זענען פאראן א טייל קליענטן וועלכע וועלן נוצן סיי וואספארא לופטליניע אזוי לאנג ווי יענער איז די ביליגסטע.
(באמערקונג: די אלע אויבנדערמאנטע ציפערן זענען לויט א געווענליכן יאר. אין די לעצטע צוויי יאר האבן רוב לופטליניעס געהאט שוואכע פארדינסטן און טייל האבן פארלוירן מיליאנען דאלארן).
די גרעסטע לופטליניעס אין אמעריקע זענען אויך די גרעסטע לופטליניעס אין דער וועלט. אמעריקן, יונייטעד, דעלטא, נארטוועסט, און קאנטינענטל זענען די גרעסטע פינף. די ערשטע גרעסטע אויסער אמעריקאנער לופטליניעס זענען ער פראנס, בריטיש ערוועיס און לופטהאנזא.
אנאטאמיע פון א לופטליניע
כאטש די אפעראציעס פון יעדער לופטליניע קען זיין אנדערש איז אבער פאראן א געוויסער וועג אין דער סטרוקטור פון אלע לופטליניעס. אן עירליינ'ס וויכטיגסטע נכסים איז די פליגער און אירע ארבייטער. א לופטליניע קען פארמאגן די בעסטע פליגער אבער אויב זי האט נישט די ארבייטער ארגאניזירט קען זי נישט עקזעסטירן. א לופטליניע ווערט געווענליך רעפרעזענטירט דורך דעם פילאט און פלייט אטענדענס וועלכע גריסן און סערווירן די פאסאזשירן דורכאויס די רייזע, אבער עס זענען באמת פאראן אסאך מער ארבייטער וועלכע מען זעט נישט און זיי טוען די הויפט ארבעט. נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין א לופטליניע איז זענען די ארבעטער איינגעטיילט אויף דער זעלבער סיסטעם אין די פאלגענדע קאטעגאריעס: ליין פערסאנאל – די זענען די גרופע פון ארבעטער וועלכע מען זעט שטענדיג ווי די פילאטן, עראפלאן־סארווערס, בילעטן פארקויפערס, טשעק-אין פערסאנאל, טויער געהילפן, און זיכערהייט אגענטן וועלכע פארנעמען 85 פראצענט פון די לופטליניעס ארבעט'ס קראפט. אפעראציעס – די אפיס ארבעטער קאנטראלירן דעם גאנצן צייטפלאן פון דער לופטליניע און טיילן איין די ארבעט פאר די פילאטן און עראפלאן־סארווערס. די ארבעטער זענען געלערנטע מענטשן וועלכע טוען די גאנצע דיספעטש ארבעט פאר דער לופטליניע און דארפן קענען אלע עף-עי-עי געזעצן אויסעווייניג. אויפהאלטונג – פליגער זענען מולטי מיליאן דאלארדיגע מאשינען וועלכע דארפן ווערן באהאנדל'ט כדי די לופטליניע זאל אנהאלטן איר צוטרוי צו אירע קאסטומער. א פליגער דארף מען רייניגן און האלטן שיין עס זאל שטענדיג אויסזען פריש און מען דארף זיכער מאכן בעפאר יעדע פלייט אז עס איז פאראן גענוג סופלייס פאר די פאסאזשירן.
סעילס און מארקעטינג – די סעילס און מארקעטינג ארביטער מאכן אפ די פרייזן, ברענגן אריין קארגא קאסטומערס, דארפן טאן אדווערטייזינג, און הייבן אויף די טעלעפאן פאר מענטשן וואס רופן אריין (קאסטומער סערוויס).
אויסער די אויבנדערמאנטע ארבייטער וועלכע פארנעמען רוב פון די עירליינ'ס ארבעט'ס קראפט פארמאגט אויך יעדע לופטליניע אסאך אנדערע ארבייטער ווי ספעציאליסטן, סוב-קאנטראקטארס, וועלכע ווערן אריינגערופן אין פארשידענע פעלער. די ספעציאליסטן רעכנט אריין אדוואקאטן, אקאונטענטס, און פובליק רילעישאנס ספעציאליסטן. די סוב-קאנטראקטארס זענען געוואנדן לויט די לופטליניע. רוב גרויסע לופטליניעס טוען אלעס אליינס אבער די קלענערע נוצן סוב-קאנטראקטינג פאר רייניגן, פאררעכטן, זיכערהייט און נאך. אלע עסן וואס ווערן סערווירט אויף די לופטליניעס זענען סוב-קאנטראקטעט מיט קעטערינג פירמעס וועלכע דארפן זיכער מאכן אז די עסן איז גרייט צו יעדע פלייט.
מאנשאפט
די פלי מאנשאפט אויף א פליגער איז כולל:
פילאטן
עראפלאן־סארווערס
(אפטמאל) זיכערהייטס מענטשן
האבס און ספיצעס
די צוויי ווערטער איז ווי א קורצע אפטייטש וויאזוי די סיסטעם פון א לופטליניע ארבעט. האב מיינט די צענטראלע לופטפעלד מיט וועלכע די לופטליניע באנוצט זיך און סקאופס זענען די רוטס וועלכע די פלייטס נעמען ארויס פון די האב לופטפעלד. גרויסע לופטליניעס פארמאגן מערערע האבס וואס מיט דעם ערלויבן זיי זיך צו סקעדזשועלן מער פלייטס צו מער דעסטינאציעס.
די האב און ספאוק סיסטעם איז באקאנט געווארן, אדער בעסער געזאגט אנגעהויבן גענוצט ווערן, נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אראפגענומען די דירעקט רוט רעגולאציעס אין 978'. ביז אהין זענען אלע גרויסע לופטליניעס געווען געצווינגן דורך די רעגירונג צו פליען דירעקט צווישן צוויי קליינע מארקעטס וועלכע זיי האבן גערופן די "פאוינט-טו-פאוינט" סיסטעם. דער פראבלעם מיט יענעם סיסטעם איז געווען אז אסאך פלייטס זענען געווען האלב ליידיג און די לופטליניעס האבן פארלוירן גרויסע געלטער. היינט צו טאג פארמאגן רוב לופטליניעס כאטש איין צענטראלע לופטפעלד ווי אלע פלייטס גייען. דאס ווערט אנגערופן די האב און אלע פלייטס וואס פארן אוועק פון דארטן רופן זיך די ספאוקס.
פאר א ביישפיל וועלן מיר נוצן יונייטעד לופטליניעס וועמענ'ס האב איז אין שיקאגא'ס אהער לופטפעלד. ווען איינער פון טענעסי וועט וועלן פארן קיין נארט דעקאטע וועט ער קיינמאל נישט טרעפן קיין פלייט גלייך אהין און יונייטעד וועט אים טראגן פון טענעסי קיין אוהער און פון אוהער קיין נארט דעקאטע דורך א קאנעקטינג פלייט.
דער ציל פון די האב און ספאוק סיסטעם איז צו שפארן די לופטליניעס געלט און מיט דעם קענען צושטעלן מער פלייטס צו מער דעסטינאציעס. אויב יונייטעד זאל ווען צושטעלן פלייטס פון טענעסי קיין נארט דעקאטע וואלט זי געהאט האלב אדער צוויי דריטל ליידיגע פליגער און וואלט געמוזט הייבן די פרייז פון א טיקעט כדי זי זאל נישט פארלירן געלט און עס וואלט זיך נישט געלוינט פאר די פאסאזשירן. פארשטייט זיך אז ווי מער פאסאזשירן עס זענען פאראן אלס ביליגער קאסטן די טיקעטס און אלס מער פלייטס זענען פאראן. פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס קען מען טרעפן פלייטס יעדע האלבע שעה און די טיקעסט זענען ביליגער ווי פון ניו יארק קיין ספרינגפיעלד וואו ווייניגער מענטשן פארן.
געוויסע לופטליניעס זענען פון די אויסנאמען וועלכע פארמאגן נישט קיין האבס און פארן נאר אויף דירעקטע פלייטס פון איין ארט צום צווייטן און מאכן טאקע געלט נאר צוליב דעם. א ביישפיל איז סאוטוועסט לופטליניעס וועלכע גיט אלע דאמעסטיק פלייטס נאן-סטאפ. סאוטוועסט סערווירט היינט ארום 300 דעסטינאציעס דורך די פאוינט-טו-פאוינט סיסטעם און פארמאגט ווייניג לאנג דיסטענס פלייטס און די ביסל וואס יא זענען טאקע נישט נאן-סטאפ.
אין אנדערע לענדער זענען נאך יא פאראן לופטליניעס וועלכע זענען רעגולירט דורך די רעגירונג און מוזן צושטעלן פלייטס צו אלע דעסטינאציעס אפילו אויב זיי דערלייגן געלט. די רעגירונגן שטיצן די לופטליניעס און בעטן א ספעציעלע שטייער פון די פאסאזשירן. צום ביישפיל אין קאנאדע איז פאראן איין הויפט לופטליניע, עיר קאנאדע, וועלכע האט די מאנאפאלי איבער אלע לופטליניעס און ווערט געשטיצט דורך די רעגירונג אבער זי מוז לעגאל צושטעלן פלייטס צו אירע טעריטאריעס וואו אויף געציילטע ערטער קען מען נישט צוקומען מיט קיין אויטא רוב טעג פון יאר צוליב די שנייען. פארשטייט זיך אז די לופטליניע דערלייגט גרויס געלט פון די פליען.
בילעט פרייזן
איינמאל דער קאסטומער האט אפגעמאכט וועלכע לופטליניע עס איז אים די באקוועמסטע דארף ער קויפן א בילעט וועלכע ער קען טאן דורך דעם טעלעפאן אדער דורך די אינטערנעט. בילעטן קען מען קויפן דירעקט פון דער לופטליניע אדער דורך א רייזע-ביורא. יעדע לופטליניע פארמאגט א גרויסע צאל ארבייטער וועלכע געבן זיך אפ נאר מיט רעזערווירן בילעטן און מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן אויף 100 פראצענט. אמאל האט מען נאר געוואוסט פון פאפירענע בילעטן וועלכע מען האט באקומען פון דעם רייזע־ביורא און איז גענוצט געווארן יארן לאנג. היינט קען מען רעזערווירן א טיקעט דורך די טעלעפאן אדער אויפ'ן אינטערנעט און מען באקומט נאר א רעזערוואציע נומער וועלכע ווערט גערופן אן עלעקטראנישע טיקעט. די פאסאזשירן מיט עלעקטראניק טיקעטס דארפן אפנעמען א באורדינג פאס ביי די טשעק-אין קאונטער און היינט קען מען דאס באקומען ביי די עקספרעס טשעק-אין מאשינען וואו מען דארף אפילו נישט געבן די רעזערוואציע נומער נאר מען לייגט אריין די קרעדיט קארטל מיט וועלכע מען האט געקויפט די טיקעט און ביז א מינוט צוויי איז די באורדינג פאס אינדרויסן און מען איז גרייט צו גיין.
טיקעט פרייזן זענען זייער צעמישט און טוישן זיך יעדן טאג. אויב איער חבר האט נעכטן געצאלט 150$ פאר א טיקעט פון ניו יארק קיין שיקאגא מוז נישט זיין אז איר וועט אויך צאלן אזויפיל. עס איז זייער אינטערעסאנט אבער דאך א פאקט אז ווען איר זיצט אויפ'ן פליגער אינאיינעם מיט אנדערע מענטשן זענען צווישן די אלע פאסאזשירן געצאלט געווארן כאטש 10 פרייזן. איינער האט עס געקויפט א לאנגע צייט צוריק פאר $99, א צווייטער האט עס געקויפט ביי א טרעוול אגענט פאר $179, א דריטער האט עס געקויפט אויף די אינטערנעט פאר 10 דאלאר ביליגער, און איינער האט גאר געצאלט $400 פאר די זעלבע זיץ ווייל ער האט עס געקויפט לעצטע מינוט אין די עירפארט.
עס איז שווער צו גלייבן אבער איז דאך א פאקט אז טיקעט פרייזן פאר לופט טרעוול איז היינט פיל ביליגער ווי 30 יאר צוריק. אין די טראנספארטאציע אינדוסטרי רעכנט מען די פרייזן לויט די צענט וואס מען צאלט פער מייל. אין דורכשניטליך האט מען אין די 70'ער יארן געצאלט 19 צענט פער מייל און היינט צאלט מען נאר 14 צענט פער מייל. דאס איז א גרויסער חילוק אין פרייז אויב מען נעמט אריין די אינפלאציע ראטע וועלכע האט זיך דראסטיש געטוישט אין די יארן. אגב, וואס ביליגער די פרייזן ווערן אלס מער מענטשן נוצן פליגער פאר זייערע רייזעס. א ביזנעסמאן וועלכע איז אמאל געפארן פון ניו יארק קיין טאראנטא מיט זיין אויטא וועט היינט ענדערש נוצן א פליגער ווייל די גאזאלין פון ביידע וועגן און די צייט וואס ער וועט פארלירן פון די לאנגע וועגן (רעכן צו נאך א טאג צוויי וואס ער וועט זיין מיד און נישט קענען ארבעטן געהעריג) איז טייערער ווי די $200 ביז $300 דאלאר וואס די רייזע מיט'ן פליגער וועט אים אפקאסטן. עס זענען פאראן אסאך זאכן וואס מאכן טוישן די פרייזן פאר פליגער רייזעס אבער אין אלגעמיין זענען זיי איינגעטיילט אין זיבן פאקטארן: