ר' דוד יצחק האט זיך געצויגן מיט זיין משפחה קיין יאשליסק וואו דארט האט ר' יענקעלע געלערנט ביי די ארטיגע רבנים, רבי אפרים דוד האלבערשטאם און נאך.
נאך דער בר־מצוה אין יאר תרע"ט האט ר' יאנקעלע אנגעהויבן לערנען אין דוקלע, אין דער ישיבה פון רבי דוד טעוולי, א חשובער טשארטקאווער חסיד. אין דער ישיבה האבן געלערנט ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צוקונפטיגער קלויזנבורגער רבי, און ר' פינחס הירשפרונג, שפעטער רב אין מאנטרעאל און נאך עילויים.[1]
אבער בעיקר איז ער געווען א תלמיד פון ר' חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב..
און יאר ה'תר"צ איז ער א חתן געווארן צו הרבנית אלטע בינא, די טאכטער פון ר' איציקל, דער פשעווארסקער רבי, און האט חתונה געהאט פינף יאר שפעטער. נאך דער חתונה איז ער געגאנגען וואוינען ביי זיין שווער.
אין דער צווייטער וועלט מלחמה זענען זיי פארשיקט געווארן קיין סיביר.
נאך דער מלחמה זענען זיי צוריק געקומען קיין פוילן און ר' יענקעלע האט זיך באזעצט אין ברעסלוי וואו ער האט געדינט אלץ מנהיג, וואו ער האט געפסקענט שווערע שאלות פון נאך די מלחמה, מייסטענס שאלות עגונה.
נאך אנדערט האלב יאר איז ער געפארן וואוינען ביי זיין שווער אין קראקע, און אום חנוכהה'תש"ט האבן זיי זיך געצויגן קיין פאריז, און פון דארטן האבן זיי זיך אום כ' אדר א'ה'תשי"ז פלאצירט און אנטווערפן.
רבנות
אלס בחור (ביז צו דער חתונה) צוויען די יארן ה'תרצ"א - ה'תרצ"ו איז ער געווען רב אין יאשליסק. נאך דער פטירה פון זיין שווער ר' איציקל אין יאר ה'תשל"ז, האט מען אים אויפגענומען אלץ ממלא מקום צו ווערן פשעווארסקער רבי. ער האט געפירט די רעביסטעווע אין דעם פשעווארסקער ביהמ"ד אויף מערקאטאר־גאס אין אנטווערפן.
הרבנית רחל טויבא אשת הר"ר ברוך כהנא, דער ספינקער רבי פון אנטווערפן.
הרבנית שרה חנה פעסיל אשת הר"ר משה אהרן רייך, רב פון קהל פשעווארסק וויליאמסבורג.
ספרים
אמרי יעקב על התורה ומועדים ארויסגעגעבן דורך זיין זון דער פשעווארסקער רבי
י"ג אורות ב"כ, מעשיות פון פריערדיגע צדיקים (ח"א בית צאנז: צאנזשינאווא ועוד. ח"ב ליזענסק, ראפשיץ ועוד), ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל ר' יוסף נפתלי וואגשאהל אן איידעם ביי זיין זון.
כתבי קודש ג"כ, א ליקוט פון זיינע בריוון, ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל הרב נפתלי אלימלך רייך.
זכות אבות - א ליקוט פון חידושי תורה.
אמרי יעקב - אויף בראשת שמות און מועדים.
נועם יעקב - אויף פרקי אבות דערווייל איז נאר דא חלק א.