אשר איז געבוירן געווארן ב׳ תמוז תשכ״ה צו זיינע עלטערן אהרן און טובה אשר.
ער איז געווארן בירגערמייסטער פון בני ברק אין 2008 אָן וואלן וויבאלד ער איז געווען דער איינציקער קאנדידאט, צוליב א ראטאציע הסכם צווישן די דגל התורה און אגודת ישראל פארטייען. דער פריעריקער בירגערמייסטער איז געווען ישכר פראנקנטאהל, פון אגודת ישראל.
אשר האט פריער קאנדידירט צו ווערן פארזיצער פונעם אלעד ראט, אבער צוריאל קריספל האט אים געזיגט. נאכער איז אשר אריין אין דער קאאליציע און איז געווארן וויצע־ראטפארזיצער, ביז ער איז צוריק אין בני ברק. אין בני ברק איז ער פריער געווען וויצע־בירגערמייסטער אונטער פראנקנטאהל.
ביי די כנסת וואלן 2013 איז ער אריין ווי דער זיבעטער מאנדאט פון יהדות התורה. כ"ד שבט תשע"ג האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין בירגערמייסטער כדי צו נעמען זיין פלאץ אינעם כנסת. ביי די כנסת וואלן 2015 האט יהדות התורה פארלוירן א מאנדאט און יעקב אשר איז מער נישט קיין דעפוטאט אין כנסת. כ"ט אדר תשע"ה האט מען אים באשטימט אלגעמיינער סעקרעטאר פון דגל התורה.
משפחה
יעקב אשר מיט זיין ווייב מרים (מירי) האבן זיבן קינדער.