יבנה מערב באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען אויף דער הוד השרון—אשקלון ליניע, וואס באדינט די שטאט יבנה. די סטאנציע געפינט זיך נאנט צו יבנה צענטראלער בוס סטאנציע.
מען האט געעפנט די סטאנציע דעם 25סטן פעברואר 2012 אין דער ערשטע פאזע פון דעם פראיעקנט צו פארלענגערן די תל אביב-ראשון לציון באן ליניע קיין אשדוד. ביז מען האט געענדיגט דעם פראיעקט האט די סטאנציע געדיינט ווי די פראוויזארישע סוף-סטאנציע פון דער ליניע. דעם 4טן אויגוסט 2013 האט אנגעהויבן צו פועלן די צווייטע פאזע, צווישן יבנה און אשקלון.