רבי הירש העניך איז געבוירן אין רודא מאלעניץ ז' כסלו תרל"א צו זיין פאטער, רבי פינחס יעקב הכהן לעווין, אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' העניך, חסיד פונעם אלטן קאצקער רבי'ן און מנהיג פון די גערער חסידים אין די יארן תרכ"ו ביז תרל"א, און צו זיין מוטער טעלצא, די טאכטער פון ר' צבי הירש (ליבל) דישקעס פון טאמאשאוו, דעם קאצקער רבי'נס משמש בקודש.[1] ער האט באקומען די נעמען פון זיינע צוויי זיידעס. ער איז געהאדעוועט געווארן אין מאלעניץ וואו די אלטע קאצקער-גערער חסידים פלעגן קומען צוגאסט ביי זיין פאטער און זיין זיידן.
רעפערענצן
↑ר' פינחס יעקב מיט זיין ווייב מרת טעלצא האבן חתונה געהאט אין קאצק אין תרי"ח. דער קאצקער רבי איז געווען מסדר קידושין. נאך עטלעכע יאר וואוינען אין קאצק האבן זיי זיך געצויגן אין רודא מאלעניץ.
דער ארטיקל וועגן א רבי אדער א רבי'שן הויף איז א שטומף. דאס הייסט עס פעלן אין אים גרונטלעכע אינפארמאציע איבערן פארשטאנד פון דער טעמע. ביטע העלפֿט דאס פֿארברייטערן.