אות חיים, אות שלום, דברי קודש, דרכי תשובה (מקוואות), הגהות הירושלמי, חיים ושלום, מאמר אדון כל, חמשה מאמרות , מאמר מילי דהספידא, שו"ת מנחת אלעזר, משמיע ישועה, נימוקי אורח חיים, עולת תמיד, שער יששכר, זעקת שפירין, דרכי חיים ושלום
אין עלטער פון צוויי און דרייסיג יאר איז רבי חיים אלעזר שוין געווען ראש בית דין אין מונקאטש. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אלעזר געווארן רב אין מונקאטש.
אדמו״רות
דעם צווייטן טאג סוכות תרע"ד (1913), אן ערב שבת, איז זיין פאטער נפטר געווארן און די קבורה איז פארגעקומען יום טוב. גלייך ווען זיי זענען צוריקגעקומען פון דער לווייה פרייטיג צונאכט האט ער אנגעהויבן פירן די רביסטעווע מיט א "טיש", זאגן תורה און ניגונים.
עטלעכע וואכן נאכהער, זונטיק פון פרשת וישלח, האט מען אים באשטימט אפיציעל שטאטס רב מיט א כתב רבנות געשריבן און אונטערגעשריבן אויף קלף דורך די קהילה עסקנים.
בשעת דעם ערשטן וועלט קריג (1914-1918), איז מונקאטש געווען א גרענעץ שטאָט, און פילע יידישע פליטים זיינען דארט אנגעקומען. דער רבי האטהאט געארבעט אסאך לטובת די פליטים פון גאליציע אין מונקאטש,
אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט זיין כולל מונקאטש ועשרה גלילות אין בתי מונקאטש.
רבי חיים אלעזר האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"זבזיווג ראשון מרת חיה חאשא א טאכטער פון הרב שרגא יאיר ראבינאוויטש, אן אייניקל פון הרב יעקב יצחק ראבינאוויטש, דער ייד הקדוש פון פשיסחא. אין יאר ה'תרס"ו ווען זיי זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער האט ער זי גע'גט.
חשווןה'תרס"ז האט רבי חיים אלעזר געהייראט בזיווג שני מרת רחל פערל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייער טאכטער: