וויילס (וועלשיש: Cymruקאַמרי, ענגליש: Wales) איז א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז איינס פון די פינף קעלטישע פעלקער. וויילס האט גרענעצן מיט ענגלאנד צו מזרח, דעם אירישן ים צו צפון און מערב, און דעם בריסטאל־קאנאל (וועלשיש: Môr Hafren) צו דרום. די הויפטשטאט פון וויילס איז קארדיף (אויף וועלשיש: Caerdydd), מיט א באפעלקערונג פון 325,000. די נאציאנאלע זאמלונג פון וויילס זיצט אין קארדיף.
די העכסטע בערג אין וויילס זענען אין גווינעד פראווינץ, אין צפון-מערב, צווישן זיי סנאדן(אדער Yr Wyddfa), וואס איז די העכסטע שפיץ אין וויילס מיט 1085 מעטער (3,560 פיס).
וויילס האט א באפעלקערונג פון קנאפע דריי מיליאן. די מערהייט וואוינט אין דרום און מזרח פונעם לאנד. די הויפט שפראכן וואס מען רעדט אין וויילס זענען ענגליש און וועלשיש. וועלשיש איז א קעלטישע שפראך, נאענט צו קארניש און ברעטאן. אומגעפער איין מענטש פון פינף אין וויילס קען דאס רעדן.