אויב דער קערפער מאנגעלט אין וויטאמין סי. איז מען אויסגעשטעלט צו די קראנקייט וועלכע רופט זיך סקורווי. די סארט קראנקייט איז זייער זעלטן היינט ווייל מען קען עס נאר באקומען דורך אלקהאל און היינטיגע וויינען נוצן נאר אויסגעארבעטע אלקהאל וועלכע איז ריין פון שמוץ און אנדערע שעדליכע זאכן. סקורווי איז זייער א שעדליכע קראנקייט וועלכע ברענגט אסאך בלוטונג, אפגעשוואכטע גאמס, שטערט דאס אויסהיילונג פון וואונדן, לאזט גרינג באקומען וואונדן, ווייטאג אין די דזשאוינטס, און נאך קלענערע פראבלעמען.
די סקורווי קראנקייט איז געווען פארשפרייט אין אייראפע בערך 300 יאר צוריק און א סקאטישער דאקטאר האט אויסגעטראפן אז פרישע גרינצייג קען העלפן פארמיידן דעם קראנקייט. די בריטישע ארמיי האט גענוצט דעם דאקטאר צו מאכן גרינצייג געטראנקן מיט וועלכע מען האט געפיטערט די סאלדאטן זיי צו באשיצן פון די קראנקייט. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גרינצייג וועלכע זיי האבן גענוצט אין דעם געטראנק זענען געווען רייך אין וויטאמין סי. און דאס האט זיי געהאלפן ביישטיין די קרענק.
קוואלן צו באקומען וויטאמין סי.
וויטאמין סי. געפינט זיך אין סיטרוס פרוכט ווי מאראנצן, לימענעס, גרייפפרוכט, און אין געוויסע גרינצייג ווי טאמאטען, גרינע פאפריקע, און קארטאפל. די אלע פרוכט אין גרינצייג זענען רייך אין וויטאמין סי. און אויב מען עסט אביסל פון זיי איז דאס גענוג וויטאמין סי. וואס דער קערפער דארף באקומען אין איין טאג.
וויטאמינען האבן א טבע אז עס וועפט אויס זייער שנעל און וויטאמין סי. איז דאס מערסטע אזוי. אויב מען וועט צעשניידן די פרוכט וועט די וויטאמין ארויסגיין. אויב מען וועט דאס לאזן ליגן וועט דאס אויך ארויסגיין און די זעלבע ווען מען קאכט דאס אדער מען ווייקט דאס אין וואסער.
די רעקאמענדירטע צאל וויטאמין סי. וואס דער קערפער דארף באקומען אין איין טאג איז צווישן 60 און 90 מיליגראם פער טאג. מענער דארפן האבן מער וויטאמין סי. ווי פרויען און די וואס רויכערן דארפן האבן 35 מיליגראם מער פער טאג וויבאלד די רויך וואס מען ציט אריין הרג'ט אפ די וויטאמין. א געזונטער מענטש וואס עסט נארמאל וועט באקומען אין זיין עסן ארום 72 מיליגראם וויטאמין סי. וועלכע איז איבער גענוג פאר זיין קערפער.