אין דעם מזרחדיקן טייל פון דער קייט דערגרייכן די בערג צו א הייך פון מער ווי 6000 מעטער. דער העכסטער שפיץ אין דער קייט איז טיריטש-מיר אין פאקיסטאן וואס איז הויך עטלעכע 7,690 מעטער.
וואס מער מ'גייט צו מערב ווערט נידעריגער די הייך, ביז אינמיטן דער קייט, אין געגנט פון קאבול, זענען די בערג הויך צווישן 4,000 און 6,000 מעטער, און אין דעם מערבדיקן טייל צווישן 3,500 און 4,000 מעטער. די קייט איז לאנג 800 ק"מ.