ר' גרשון האט געארבעט אין דער טעגליכער אידישער צייטונג "טאג מארגן זשורנאל" פאר איבער 30 יאר, אין יענע יארן האט די סעקולערע יידיש כמעט ווי איינגענומען דער ניו יארקער אידנטום, אבער צוביסלעך ווען פרישע דורות זענען אונטערגעוואקסן האבן די קינדער און אייניקלעך איבערגעלאזט די שפראך, און איין טאג ווען דער בעל הבית פונעם טאג מארגן זשורנאל האט פארמאכט די צייטונג צוליב ריזיגע חובות פון ארויסגעבן די צייטונג טעגליך האט זיך ר' גרשון געפונען אן א פרנסה.
געציילטע מאנאטן נאכדעם האט ער אן אנטשלאסענער פונדאסניי געפנט זיין אייגענע צייטונג דער אלגעמיינער זשורנאל, טראץ די פילע אפרעדענישן וואס ער האט באקומען פון גוטע פריינד אז יידיש ביי יידישטיסן האט נישט דעם געפאדערטן פאטענציאל.
ר' גרשון האט אבער באשלאסן צו גיין אויפן מהלך פון סעקולער געמישט מיט פרומקייט, און אזוי ארום צוריק אויפלעבן עפעס ביי די יידישיסטן און פון די אנדערע זייט האבן א קוואל פון חרדישע קונים וואס וועלן אויסהאלטן די צייטונג.
ר' גרשון וועלכער האט ביטער געהארעוועט אויפצובויען זיין פרישע מהלך פון פרומקייט און סעקולער צוגלייך, האט -לויט זיין זון ר' יוסף יצחק- קיינעם נישט צוגעלאזט צו דער ארבעט, און נישט געהאט קיין צוטרוי אין קיינעם אז מען וועט פארשטיין זיין ציל. ער האט געפירט אלעס אליינס.