די רעפובליק גוואטעמאלע (שפּאַניש: República de Guatemala) איז א לאנד אין צענטראלער אמעריקע. די גרענעצן זענען מעקסיקא אין צפון און מערב, דער פאציפישער אקעאן אין דרום-מערב, בעליז אין צפון-מזרח, דער קאראאיבישער ים אין דעם אטלאנטישן אקעאן אין מזרח, האנדוראס אין מזרח, און על סאלוואדאר אין דרום-מזרח.