וויליאם דזשיימס ״ביל״ אריילי דזשוניער (ענגליש: William James "Bill" O'Reilly, Jr; געבוירן דעם 10טן סעפטעמבער 1949) איז געווען דער גאסטגעבער אויף פאקס טעלעוויזיע, אויכעט האט ער א ראדיא שוי, "די ראדיא פאקטאר", ער רעדט בעיקר וועגן פאליטיק אין אמעריקע.
ער איז פון די ערשטע און מערסטע פאפולערסטע שטערן פון פאקס ניוז, וואס איז געקומען פון אן אנדער סטאנציע מיט יארן לאנג עקפספערטיז אין זשורנאליזם.
ער האט שוין געשריבן זעקס ביכער.
כאטשיג ער ווערט באטראכט אלס אן ארכי-קאנסערוועטיוו ביים המון טוט ער זיך אראפאמאל ווי א זעלבסשטענדיגער פאליטיקער, ער רופט זיך אבער קלאר א טראדיצאנאליסט און א פאפוליסט וואס איז אמאל געווען פאר א שטיק צייט רעגיסטרירט אלס מיטגליד אין דער רעפובליקאנער פארטיי.
אום 19טן אפריל 2017 איז ער געווארן אפגעזאגט פון פאקס ניוז.