דער בונד האָט געשפּילט אַ זייער וויכטיק ראָלע אין ציש"א, דער יידישער וועלטליכער שול וועזן אין פּוילן צווישן די וועלט מלחמות.
דער בונד האָט אָרגאַניזירט אַרבעטער פֿאַראיינען, צו פֿאָרמינערן די עקספּלאַטירן פֿונעם אַרבעטער קלאַס דורך די רייכערע בעלי בתים, אויך האָבן זיי געמאַכט סטרײַקן, צו פֿאַרבעסערן די געהאַלט און די תּנאים פון די אַרבעטער.