אַנטיגוע און באַרבודע איז אַ סואווערענער שטאט אין די מערב אינדישע אינזלען, צפון אמעריקע, צווישן דעם קאראיבישן ים און דעם אטלאנטישן אקעאן. זי באשטייט פון צוויי גרעסערע אינזלען, אנטיגוע און בארבודע, און עטלעכע קלענערע אינזלען. די הױפּשטאָט און גרעסטער פארט איז סאנט דזשאנס.
אנטיגוע און בארבודע זענען א טייל פון דער קאמאנוועלט; דער ראש מלוכה איז קעניגין עליזאבעט די צווייטע, און איר פארשטייער אין די אינזלען איז דער אלגעמיינער גובערנאטאר. יעדע פינף יאר האלט מען וואלן פאר דעם הויז פון דעלעגאטן (מיט 17 מיטגלידער), און דער פרעמיער מיניסטער איז דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער סענאט האט אויך 17 מיטגלידער, וואס ווערן באשטימט דורכן אלגעמיינעם גובערנאטאר.