אמון דער זון פון "מנשה" מיט "מְשֻׁלֶּמֶת בת חרוץ" איז געווען דער 15טער קעניג אויף מלכות יהודה. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געוועזן 22 יאר אלט. ער געהערשט 2 יאר.
אויך ער ווי זיין טאטן מנשה האט געזינדיגט פאר גאט.
ער איז געמארדעט געווארן דורך די וואס האבן רעוואלטירט קעגן דוד'ס אפשטאם מיטן וועלן בייטן די שטאמבוים פון בית-דוד צו אן אנדער שטאמבוים. נאך וואס ער איז געמארדעט געווארן איז זיין זון יאשיהו געווארן קעניג ווען ער איז געווען בלויז 8 יאר, און מען האט באגראבן אמון אין "גן עוזא".