אייראסטאר סימבאל
אייראסטאר באנען אין וואטערלו אינטערנאציאנאלע סטאנציע
אן אייראסטאר אויפן CTRL פארנדיג אדורך די מעדוויי שטעט
אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטאניע מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל ) און בריסל אין בעלגיע . די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל . אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פֿאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14טן נאוועמבער 2007 ; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש : High Speed 1 ).
זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.
ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע .
טייל אייראסטאר דינסטן שטעלן זיך אפ ביי סטאנציעס אונטערוועג קיין בריסל און פאריז. די אונטערוועג סטאנציעס זענען אשפארד אינטערנאציאנאל , און קאלע-פֿרעטהון און ליל-אייראפע אין צפון פראנקרייך. אייראסטאר האט אויך א טעגלעכע דינסט קיין דיזנילאנד פאריז און (זייט 1טן מיי 2015) קיין ליאן און מארסיי . אין זומער איז פאראן א דינסט קיין אוויניאן און אין ווינטער קיין בורג סט-מאריס , לא פלאניע און מוטיער אין די פראנצויזישע אלפן .
די טיילן פונעם באן נעצווערק אין פראנקרייך און בעלגיע ווערן געטיילט מיט דער Thalys פאריז-בריסל דינסט.
הויפט סטאנציעס
אייראסטאר רוטעס
אייראסטאר רוטע מאפע
די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.
זײַט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פֿון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[ 1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל -אייראפע, קאלע -פֿרעטהון און עבספֿליט אינטערנאציאנאל . דריי באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל .
רעפערענצן
דרויסנדיקע פארבינדונגען
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אייראסטאר