די קריסטן זאגען אז ער איז געווען א רודף שלום, און אז ער האָט געפּראַװעט פֿאַרשידענע מופֿתים,װי צ.ב.ש. ער האָט מחייה מתים געװען און געגאַנגען אויף דעם וואסער ביים כנרת.
די גמרא און די ראשונים זאגן אז אלע וואונדערליכע זאכן וואס ער האט געמאכט איז געווען דורך כישוף.
ישו אין דברי חז"ל
אין גמרא (מסכת סוטה מז.) ווערט געבראכט אז ישו איז געווען א תלמיד ביי רבי יהושע בן פרחיה, און ער איז אפגעפארן פון יידישן וועג. די גמרא זאגט אז ער איז געווען א ממזר, זיין מאמע האט געהייסן מרים, זיין טאטע איז געווען א סאלדאט אין דער רוימישער ארמיי, זיין מאמע'ס יודישער מאן האט געהייסן פפוס. ער איז געוען א מסית און מדיח, דאס הייסט ער האט אראפגעפירט יודן פון יודישקייט און צוגערעדט דינען עבודה זרה. און די קריסטן טענה'ן אז מרים האט געשוואנגערט אן א מאן, נאר דורך א רוח.
לויט געוויסע אידישע היסטאריקער רעדט די גמרא פון אן אנדער מענטש ישו, וויבאלד רבי יהושע בן פרחיה איז געווען ארום 100 יאר פריער, און אין יענע צייטן איז געווען אסאך וואס האבן געהייסן מיט דעם נאמען.
לויט דער אידישער מסורה האט פפוס איינגעשפארט זיין פרוי מרים אין הויז, זי האט נישט געטארט רעדן צו קיינעם, נישט ארויסגיין אין ערגעץ, דאס האט געברענגט דערצו אז זי זאל זינדיגן מיט א פרעמדן גוי.
די אידן האבן ג'חזר'ט דעם פסוק אין פרשת ראה בנים אתם לה' אלהיכם, משה רבינו האט געזאגט פאר אלע אידן איר אלע זענט קינדער פון גאט, עס איז נישט דא בלויז איין קינד פון גאט. דעריבער שרייען אידן אין די בתי מדרשים שמע ישראל ה' אחד, אידן האבן בלויז איין גאט נישט קיין צוויי.
זיין שטארבן
די יודישע חכמים האבן אים דן געווען אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען אים געכאפט און אין איבערגעגעבן אין די הענט פון די רוימער, וויבאלד די אידן האבן נישט געטארט דעמאלטס הרג'ענן נאר די גוים.
די רומאים האבן אים געהארגעט און געקרייצט ווי א צלם.