אין תקמ"ה איז רבי אברהם דוב געווארן רב אין כמעלניק, אבער גלייך נאכהער איז ער אריבער קיין אוורוטש אלס ממלא מקום פון זיין שווער. אין תקפ"ו איז ער געווארן רב אין זשיטאמיר.
אום כ"ד טבתה'תקצ"ז, האט פאסירט א ערדציטערניש אין צפת און אין ארום, און איבערגלאזט אסאך געהרגטע. מ'דערציילט אז דער אוורוטשער רב איז געווען אין זיין בית מדרש און געדאוונטמנחה, ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן פילן די ציטערנישן האט ער באפוילן אויף אלע דאווענערס זיך צוזאמען נעמען ארום עם און זיך אויס ציהען אויס דער ערד. די ציטערנישן האבן זיך געשטארקט און א טייל פון זיין בית מדרש איז חרוב געווארן, אבער דעם טייל ווי אלע האבן זיך צוזאמען געשטיפט איז געבליבן גאנץ און דער דאך איז געבליבן שטיין אויף די לופט, און די דאווענערס זיינען געראטעוועט געווארן. א זכר צו דעם נס האט געשטעלט א טאוול דארט שטייט:
מה נורא המקום הזה, בית מדרש של רבי אברהם דוב האדמו"ר מאווריטש זצ"ל, שחזה את הרעש הגדול על צפת תובב"א בתקצ"ז ובזכותו הגדולה ניצל חצי ביהמ"ד מחורבן והאדמו"ר ותלמידיו שרדו בחיים.
משפחה
רבי אברהם דוב האט געהאט צויי ברידער, רבי יוסף צבי, מגיד אין כמעלניק, און רבי ישראל לייב, אב"ד ווארכיווקע.
זיין פטירה
אין ה'תר"א האט אויסגעבראכן אין צפת א מגפה וואס האט געהרגעט אסאך מענטשן. דער אוורוטשער רבי האט אויך געליטן פון דער מגפה, און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין דער לעצטער קרבן. אום י"ב כסלו איז ער נפטר געווארן און די מגפה האט טאקע אויפגעהערט. ער איז נקבר געווארן אינעם אלטן בית עולם פון צפת, אין דער מערה צוזאמען מיט אנדערע גדולי החסידות אין ארץ ישראל, צווישן זיי: רבי דוד שלמה אייבעשיץ פון סאראקע, מחבר פון "ערבי נחל" און רבי אריה לייב וואלטשיסקער.